ייִדיש (...

װען איר זענט שולדיק אַ מלוכישע אַדמיניסטראַציע געלט

טאָמער, זענט איר שולדיק אַ מלוכישע אַדמיניסטראַציע אָדער אַ קאָמונע געלט, איז דער ערשטער בריװ איר קריגט „אַ חובֿ צו באַצאָלן”.

טאָמער, זענט איר שולדיק אַ מלוכישע אַדמיניסטראַציע אָדער אַ קאָמונע געלט, װעט איר נישט קריגן קײן בריװ װעגן איניונקציע צו באַצאָלן, נאָר, דער ערשטער בריװ איר קריגט הײסט „אַ חובֿ צו באַצאָלן”.

װעלכע זײַנען די געװײנטלעכסטע חובֿות צו אַדמיניסטראַציעס?

דאָ זײַנען אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון געװײנטלעכע חובֿות צו מלוכישע אַדמיניסטראַציעס:

  • שטײער־חובֿות צו דער שטײַער־אַדמיניסטראַציע (סקאַטעװערקעט)
  • חובֿות צו זע־עס־ען (CSN). אַזאַ חובֿות קענען, למשל, זײַן צוליב דעם, װאָס איר האָט נישט געקאָנט אײַנצאָלן אײַער שטודענט־הלװאה.

Skatteverket

CSN

צו װעמען און װען זאָלט איר אײַער חובֿ אײַנצאָלן?

מלוכישע אַדמיניסטראַציעס, למשל די שטײַער־אַדמיניסטראַציע, װילן אַז איר זאָלט צאָלן, שיקן זײ אונדז צו אַ קװיטל װעגן אײַער חובֿות. איר זאָלט אײַער חובֿ באַצאָלן צו אונדז בײַ דער דורכפֿיר־אַגענטור. די דאַטע פֿאַרן לעצטן באַצאָל־טאָג איז דאָ אינעם בריװ.

צי מײנט איר אַז איר האָט נישט קײן חובֿ?

טאָמער, מײנט איר אַז איר האָט נישט אַזאַ חובֿ, װאָס מע האָט געשריבן אינעם בריװ. דאַן, זאָלט איר זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער אַדמיניסטראַציע װאָס װילט איר זאָלט באַצאָלן. גיט אָבער אַכט. איר מוזט טראָץ דעם, װאָס איר װילט בטל מאַכן די איניונקציע, באַצאָלן דעם חובֿ צו אונדז פֿאַר דעם לעצטן באַצאָל־טאָג.

װאָס װעט געשען אויב איר באַצאָלט נישט?

טאָמער, באַצאָלט איר נישט צו דער צײַט, פֿירן מיר אָן מיט אַן אויספֿאָרשונג װעגן אײַער עקאָנאָמיע. נאָך דעם, קענען מיר נעמען

  • געלט פֿון אײַער לוין אָדער
  • זאַכן, דאָס הײסט אײַער פֿאַרמאָג.

דאָס הײסט אַז מיר קענען נעמען געלט פֿון אײַער לוין אָדער פֿאַרקויפֿן אײַער פֿאַרמאָג, למשל אַן אויטאָ אָדער אַ װוינונג, כּדי צו אײַנצאָלן אײַער חובֿ.

Sammanfattning på svenska

Om du har skuld till en myndighet

Om du har en skuld till en myndighet eller kommun är det första brevet du får från oss ”Skuld att betala”.

Om du har skulder till myndigheter eller kommuner får du inte brevet om betalningsföreläggande från oss. Det första brev du får heter ”Skuld att betala”.

Vilka är de vanligaste skulderna till myndigheter?

Här är några exempel på vanliga skulder till myndigheter:

  • skatteskulder till Skatteverket
  • skulder till CSN. De kan exempelvis orsakas av att du tagit studielån och har svårigheter med att betala tillbaka lånet.

Till vem och när ska du betala din skuld?

Myndigheten, exempelvis Skatteverket, vill ha betalt och lämnar därför ett krav om din skuld till oss. Du ska betala skulden till oss på Kronofogden. Datumet för sista betalningsdag hittar du i brevet.

Tycker du att kravet är felaktigt?

Om du tycker att kravet är fel ska du kontakta den myndighet som vill ha betalt. Men observera att även om du gör det, måste du betala skulden till oss innan sista betalningsdagen.

Vad händer om du inte betalar?

Om du inte betalar i tid startar vi en utredning då vi undersöker din ekonomi. Vi kan sedan utmäta

  • pengar från din lön eller
  • saker, det vill säga din egendom.

Det innebär att vi kan dra pengar från din lön eller säljer din egendom, exempelvis en bil eller en bostadsrätt, för att betala din skuld.