På vår webbplats använder vi cookies som gör att ditt besök ska fungera bättre. Genom att surfa vidare godkänner du att vi använder cookies. Mer om cookies.
טאָמער, זענט איר שולדיק אַ מלוכישע אַדמיניסטראַציע אָדער אַ קאָמונע געלט, איז דער ערשטער בריװ איר קריגט „אַ חובֿ צו באַצאָלן”.
טאָמער, זענט איר שולדיק אַ מלוכישע אַדמיניסטראַציע אָדער אַ קאָמונע געלט, װעט איר נישט קריגן קײן בריװ װעגן איניונקציע צו באַצאָלן, נאָר, דער ערשטער בריװ איר קריגט הײסט „אַ חובֿ צו באַצאָלן”.
דאָ זײַנען אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון געװײנטלעכע חובֿות צו מלוכישע אַדמיניסטראַציעס:
מלוכישע אַדמיניסטראַציעס, למשל די שטײַער־אַדמיניסטראַציע, װילן אַז איר זאָלט צאָלן, שיקן זײ אונדז צו אַ קװיטל װעגן אײַער חובֿות. איר זאָלט אײַער חובֿ באַצאָלן צו אונדז בײַ דער דורכפֿיר־אַגענטור. די דאַטע פֿאַרן לעצטן באַצאָל־טאָג איז דאָ אינעם בריװ.
טאָמער, מײנט איר אַז איר האָט נישט אַזאַ חובֿ, װאָס מע האָט געשריבן אינעם בריװ. דאַן, זאָלט איר זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער אַדמיניסטראַציע װאָס װילט איר זאָלט באַצאָלן. גיט אָבער אַכט. איר מוזט טראָץ דעם, װאָס איר װילט בטל מאַכן די איניונקציע, באַצאָלן דעם חובֿ צו אונדז פֿאַר דעם לעצטן באַצאָל־טאָג.
טאָמער, באַצאָלט איר נישט צו דער צײַט, פֿירן מיר אָן מיט אַן אויספֿאָרשונג װעגן אײַער עקאָנאָמיע. נאָך דעם, קענען מיר נעמען
דאָס הײסט אַז מיר קענען נעמען געלט פֿון אײַער לוין אָדער פֿאַרקויפֿן אײַער פֿאַרמאָג, למשל אַן אויטאָ אָדער אַ װוינונג, כּדי צו אײַנצאָלן אײַער חובֿ.
Blanketter/Trycksaker
Telefonnummer till växel och kundservice:
0771-73 73 00
Måndag-fredag klockan 8-16.